ב״ה.
ב׳ טבת, זאת חנוכה, ה׳תפשפ״ה.
שלום וברכה,
בגיליון השבוע אני שמח להציג את המאמר "די שיטה פון חב"ד" – מאמר שכתב ההוגה והסופר אהרן צייטלין (1898-1973) עבור כתב העת "דַווקא".
׳דַווקא: דריי חדשים-שריפט פאר ליטעראטור און קריטיק׳ היה כתב עת יידי שהופיע בבואנוס איירס בירת ארגנטינה לאורך כשלושים ושלוש שנים, משנת 1949 עד שנת 1982. עורכו והמו"ל שלו לאורך כל השנים היה שלמה סוסקאָוויטש.
חלק מהחוברות הוקדשו לנושאים פילוסופיים; חלק אחר דנו באישים יהודים גדולים. גיליון 45, שיצא לאור בשנת 1961, הוקדש לנושא החסידות וכלל, בנוסף למאמרו של צייטלין, תרגום ליידיש של שני הפרקים הראשונים משער היחוד והאמונה.
למרות ההשפעה הברורה של חסידות חב"ד-קאפוסט, המאמר מצליח להעביר כמה מושגים יסודיים בחסידות חב"ד.
בשבוע הבא אני מקווה לחזור לעסוק בתולדות חוגי חן למשנת חב"ד.
א פרייליכן זאת חנוכה,
ראובן
די שיטה פון חב"ד
פֿון אַהרן צייטלין
ליטוואק און מתנגד זײַנען כמעט סינאנימען, און דאָך האָט אויך ליטע געהאַט אירע חסידים, דער עיקר חב"דניקעס. חסידישע גרופעס האָט ליטע געהאַט אין אירע שטעט און שטעטלעך נאך איידער עס איז אויפגעקומען די חב"דער שיטה. ר' אהרן קארלינער, איינער פֿון דעם מעזעריטשערס גרעסטע תלמידים, האָט פֿאַרשפּרייט חסידות איבער דער ליטע. יאָרנלאַנג האָט מען חסידים בכלל, נישט גראָד די וואָס ר' אהרן איז געווען זייער רבי, גערופֿן מיט דעם שם הכולל קארלינער אָדער קאַרלינטשיקעס. אַ קאַרלינער און אַ חסיד זײַנען געווען היינו הך. ערשט שפּעטער האט מען גענומען פֿונאַנדערטיילן צווישן קארלינער חסידים און חסידים בכלל. דאָס איז געווען נאָך דעם ווי עס איז אויפגעגאנגען די שיטה פֿון חב"ד, די שיטה פֿון דעם בעל התניא. חב"ד האָט די פֿאַרשפּרייטונג פֿון קארלינער חסידות פֿאַרהאַלטן און געאָגראַפֿיש באַגרענעצט אויף פּאָלעסיע אַליין. אַזוי אַרום איז די חסידישע מינאָריטעט אין דער מתנגדישער ליטע געוואָרן דער עיקר אַ חב"דישע.
דעם “אַלטן רב" גופא, דעם גרינדער פֿון חב"ד, האָט מען אין מעזעריטש, אין די יונגע יארן, ווען ער האָט זיך געוואָרעמט ביים ליכט פֿון דעם בעל-שמס ממלאי מקום, דעם רבין ר' בער, גערופֿן דער ליטוואק. ער איז געווען אַ רײַסענער, און דער ייִד פֿון רײַסן, דער עיקר פֿון מאָהילעווער רײַסן, האָט זײַן סכום מענטאַל-לאָקאַלע באַזונדערקייטן, וואָס מאַכן אים פֿאַר אַ “בריה בפני עצמה", אַ חוץ דיאַלעקטישע אָפּנויגן (למשל, בלאָים אַנשטאָט בלום, בלאַימעלעך אַנשטאָט בלימעלעך). האָט דער ייִד פֿון דער אַמאָליקער מאָהילעווער גובערניע געהאַט עפּעס אַן אַנדער קול, אַן אַנדערן חיתוך הדיבור, אַן אַנדער ייִדיש ניגון ווי דער ייִד פֿון ליטע. אויך דער נשמה ניגון איז געווען אַן אַנדערער, אַ אייגענער, עס איז געווען אין דעם ייִד פֿון מאָהילעווער רײַסן אַ מין סינטעז צווישן ״האַרץ" און קאָפּ" (איך ברענג די ווערטער אין גענדזנפֿיסלעך, מחמת דער דאָזיקער פֿונאַנדערטייל איז אין תוך אַ קינסטלעכער, כאָטש, כידוע, אַ שטאַרק פֿאַרשפּרייטער). איך מיין דערמיט צו זאגן אַז די אַקטיווע עמאָציע פֿון דעם פּויליש אוקראינישן ייִד איז דאָ געדעמפֿט געוואָרן, אַריבער אין קאָנטעמפּלאַציע, און דער ראַציאָנאַליזם ווידער פֿון דעם ליטווישן ייִד איז דאָ, ביי אָט דעם גרענעץ-טיפּ, געוואָרן דורכגעלויכטן פֿון עפּעס אַ אינעווייניקסטן, אַ פֿאַרפּנימותדיקטן ליריזם וואָס האָט האַרמאָנירט מיט דער פֿאַרטראַכטער, ווײַס וואָלקנדיקער ווײַסרוסישער לאַנדשאַפֿט.
דערפֿאַר איז אפשר נישט קיין צופֿאַל וואָס חב"ד - דער סינטעז פֿון טיפֿן געדאַנק און נישט ווייניקער טיפֿן ניגון - איז אויפגעקומען דווקא אין רײַסן. מיר דאַכט זיך אַז די דאָזיקע באַוועגונג האָט נישט געקענט אויפֿקומען, נישט אין דער ליטע און נישט אין פוילן אוקראינע. אַ ליטווישער ייִד וואָס איז געוואָרן אַ חב"דער חסיד האָט אין דער ניכטערקייט פֿון זײַן שׂכל אַרײַנגעלאָזט דעם חב"דער ניגון און עס האָט זיך באַקומען דאָס וואָס חב"ד רופֿט אָן התבוננות.
וואָס־זשע איז חב"ד און וואָס איז חב"דער התבוננות?
דער תלמיד פֿון דעם מיטעלן רבין (דערנאָך, פֿון דעם צמח צדק), דער חב"דישער דענקער ר' הלל פּאַריטשער, דערקלערט אויף אַן אייגנארטיקן אופֿן דעם חב"דער דרך. ער ברענגט קודם כל אַ מיליטעריש סטראַטעגישן משל. אַטאַקירן אַ שונא קען מען דירעקט, פנים-אל-פנים, אָבער קליגער איז ווען מע ציט זיך כלומרשט צוריק און מיט אַ מאָל אַטאַקירט מען דעם צד שכנגד וואָס האָט געמיינט אַז ער האַלט ביי אַ נצחון. דער שונא ווערט דענסטמאָל אַרומגערינגלט און איז געצווינגען זיך אונטערצוגעבן. ביי אָט דער טאַקטיק האָט זיך געהאַלטן די שיטה פֿון חב"ד. אָנשטאָט מלחמה צו האַלטן מיטן שלעכטס אויג אויף אויג, האָט חב"ד מכלומרשט זיך צוריקגעצויגן אָבער אין דער אמתן אַרומגערינגלט דעם שונא אַזוי אַז ער האָט זיך ממילא געמוזט אונטערגעבן. דהיינו, ווי אַזוי? חב"ד האָט דאָס דערגרייכט דורך התבוננות, דורך קאָנטעמפּלאַציע פֿון דער געטלעכקייט. געוויינלעך האָט זיך אַ חסיד קאָנצענטרירט אויף איין באַשטימטן פרט. זײַן התבוננות האָט ער נישט אָפּגעגעבן דער גאַנצקייט, נאָר יעדער מאָל עפּעס אַן אַנדערן טייל אירן. אַז ער האָט זיך, למשל, פֿאַרטיפֿט אין די ענינים וואָס זײַנען נוגע צו אהבה, האָט ער די גשמיותדיקע ליבשאַפֿט מתקן געווען און דערהויבן צו אהבת הבורא, דעסגלײַכן מיט יראה און מיט אַנדערע מידות.
איז עס אָבער אַ וועג וואָס מחמת גרויס גריבלעניש אין דעם אייגענעם איך קען ער פֿירן צו עצבות. מיט אַזאַ לאחדימדיקייט קען מען פֿאַרשפּילן צום יצר הרע און פֿאַרלירן די שלאכט. חב"ד האָט באַלד פֿון אָנהייב געבויט אויף דער גאַנצקייט. אָנשטאָט זיך מטפל צו זײַן מיט יעדער מידה באַזונדער, האָט חב"ד איינגעפֿירט אַ התבוננות נישט קיין לאחדימדיקע, נאָר אַ גאַנצע, אַ פֿולע, אַ אינטעגראַל־סינטעטישע. דורך התבוננות אין דער געטלעכקייט, אין דעם סוד פֿון איינציקייט פֿון ״אין עוד מלבדו", קריגן די מידות אַ ממילאדיקן תיקון. אויפֿן לשון פֿון ר' הלל פאַריטשער ווערט די חב"דער התבוננות אָנגערופֿן: ״התקשרות בעצם אלקות בעומק הדעת", דאָס באַהעפֿטן זיך מיטן עצם פֿון דער געטלעכקייט דורך דער טיפֿקייט פֿון דעת. אָט דער ״עומק הדעת" האָט, אגב, גאָר נישט צו טאָן מיט ראַציאָנאַליזם, און אומזיסט האָבן אין דער חב"דער שיטה געזען אַ נייגונג צום ראַציאָנאַליזם (און אויך צו מתנגדות) יענע אויסטײַטשערס פון חסידות וואָס האָבן אַ רגילות זיך צו קלאַמערן אין דער דרויסנדיקייט פֿון ווערטער און טערמינען, אַנשטאָט תופס צו זײַן זייער כוונה און צו דערגרונטעווען זייער מהות.
אַחוץ דער סטראַטעגיע פֿון ״אַרומרינגלען" (אויב מע זאל זיך האַלטן אין ר' הלל פּאַריטשערס משל), האָט חב"ד אָפּגענאַרט דעם שטן אויך מיט דער הילף פֿון אַ מערקווערדיקן שטיק קאַמופֿלאַזש: זי האָט פֿאַרשטעלט דעם צדיק פֿאַר אַ בינוני. איך מיין צו זאָגן אַז דאָס וואָס איז ביי חב"ד (און מחוץ חב"ד) באַטראַכט געוואָרן פֿאַר דעם אידעאל אַראָפּ מיט איין שטאָפּל נידעריקער, דער בינוני, דער מיטל מענטש, דער וואָס שטייט צווישן צדיק און רשע, און וואָס אים האָט אַזוי שטאַרק אין זינען דער “תניא", ער איז גאָר אין תוך אַ שטיק צדיק. נישט מער: כדי דעם הויכן קדושה אידעאל צו מאַכן נאָך העכער, האָט חב"ד איבערגערוקט אַ ביסל די סקאַלע פון חסידישע ווערטן, און אַזוי אַרום איז די מדרגה פֿון צדיק געוואָרן די מדרגה פֿון דער בינוני, בעת די נײַע, די חב"דישע צדיק מדרגה איז געוואָרן, אַזוי צו זאגן, העכער מיט אַ קאָפּ, איז שוין קיין חידוש נישט וואס ר' שניאור זלמן גופא, דער טאַטע פֿון חב"ד, האָט אַ מאָל געזאָגט אויף זיך אַז אייגנטלעך איז ער אליין אויך נישט מער ווי אַ בינוני. ווען אַ חסיד זײַנער, וואָס איז געווען באותו מעמד, האָט געזאָגט אַז וויבאלד אַזוי וואָלט דאָך אויסגעקומען אַז ער, דער חסיד, איז שוין גאָר אַ רשע, האָט דער “תניא" געענטפערט אַז אַ בינוני איז אַ גאַנצע וועלט מיט מדרגות...
חב"ד איז אין גאַנצן געבויט אויף “רזא דיחודא", אויף דעם סוד פֿון אחד, פֿון יענער געטלעכער אַלאיינציקייט וואָס לגבי איר זײַנען אומצאליקע רעאַליטעטן נישט מער ווי אַ שאָטן און אָפּדאַכטעניש. אַחוץ דעם אחד האָט דער בעל התניא געלערנט – איז אַלץ אחיזת עינים ממש. דער בעל שם האָט געלערנט דאָס זעלביקע. אָבער דער “תניא" האָט די אחיזת עינימדיקייט גאָר באַזונדערס אַקצענטירט. איבער דעם אַרײַנגאַנג פֿונעם בינין וואָס דער בעל התניא האָט אויפגעשטעלט אויף די יסודות פֿון דעם בעל שם שטייט געשריבן: אין עוד מלבדו. כאָטש דאָס איז אַ בינין מיט אַ סך חדרים, אַ סך פֿענצטער און טירן, איז דאָ אַלץ פֿאַרבונדן צווישן זיך און געקניפט אויפֿן שטייגער ווי די וועלטן גופֿא זײַנען געאייניקט און צונויפֿגעהאָפֿטן אין דעם געטלעכן אחד.
די גײַסטיקע יורשים פֿון דעם הרב מליאדי - זײַן תלמיד ר' אהרן סטאַראָשעליער, זײַן זון ר' דוב בער, זײַן אייניקל דער צמח-צדק, אַ ריי חב"דישע דענקערס ווי, למשל, דער דערמאָנטער ר' הלל פּאַריטשער אָדער ר' אייזל עפשטיין פֿון האָמעל – האָבן אַלע צום גרויסן בינין פֿון דעם בעל התניא צוגעבויט נײַע פליגלען, און אַזוי אַרום איז חב"ד געוואָרן אַ מין חסידות אין חסידות, אויפֿן שטייגער פֿון אַ מלוכה אין אַ מלוכה, פּונקט ווי דער חב"דניק איז געוואָרן אַ באַזונדער מין חסיד. דבקות דורך קאָנטעמפּלאַציע, חשבון הנפש און חשבון העולם, דעם רבינס ניגון וואָס פֿאַרבינדט די עולמות, אַ פֿײַער אינעווייניק און אַ צוריקגעצויגנקייט כלפי חוץ, אַ אינעווייניקסטער נר תמיד מיט אַ גרויסן שטענדיקן “שויתי", אָט דאָס איז דער חב"דניק.
אז איך שרײַב די ווערטער הערט זיך מיר אַן אַלטער חב"דער ניגון וואָס מײַן פֿאָטער ז"ל האָט ליב געהאט צו זינגען, אַ ניגון אויף די ווערטער: אני ד' אלקיכם אמת. דער תוך פֿון דעם ניגון איז פּונקט ווי אַלץ אין חב"ד, דער ענין פֿון איינציקייט. אין דעם אמת אין דאָך אַלץ איינציק; דאָרט טרעפֿן זיך און גיסן זיך צונויף אַלע שייכותן.
כל הברואים - זאָגט דער “תניא" - אַלע באַשעפענישן, אין נופל עליהם שם יש כלל, קענען מיר נישט אנרופֿן מיטן נאָמען יש, קענען מיר גאָרנישט באַטראַכטן ווי באַזונדערע וועזנס, אלא לעיני בשר שלנו, סײַדן ווען מיר קוקן אויף זיי מיט אונדזערע מענטשלעכע אויגן. אונדזער אויג איז אַזוי געמאַכט געוואָרן אַז עס זאל זען מחיצות, צווישנשיידן און אונטערשיידן. מחמת דעם וואָס אַנשטאָט איינציקייט זעען מיר די פֿילקייט, דאַכט זיך אונדז אַז דער באַשאַף ווערט געפֿירט בדרך הטבע. אַלע באַשעפענישן - צו ציטירן ווײַטער דעם ״תניא" - געפֿינען זיך תמיד אין דעם מקור (אין גאָט), נישט מער: מיט די אויגן פֿון פֿלייש זעט מען נישט דעם ״מקור".
פֿאַר וואָס־זשע קען מען מיט די אויגן פֿון פֿלייש נישט זען דעם איינציקן מקור וואָס אַלע וועזנס געפֿינען זיך אין אים? ר' שניאור זלמן גיט דאָ דעם ענטפֿער פֿון דער קבלה: ס'איז דערפֿאַר וואָס דער באַשאַפֿער האָט מיט אַ כיוון איינגעשמאלט זײַן ליכט אַז דער באַשאַף זאל זיך קענען האַלטן, זאל קענען האָבן אַ רעלאַטיוון קיום, זאָל נישט בטל ווערן און נישט פֿונאַנדערגיין אין אַ ליכט וואָס איז צו גרויס פֿאַר אים. פֿאַר אונדז זעט אַלץ אויס נאַטורמעסיק, בדרך הטבעדיק, וויל דאָס געטלעכע ליכט נעמען מיר אויף נאָר אויף אַזאַ אופֿן וואָס איז באַלד פֿון אָנהייב צוגעפאסט געוואָרן צו אונדזער שוואכער זע קראַפֿט.
דאָס געטלעכע ליכט פֿילט אָבער אָן אַלע וועלטן (ממלא כל עלמין) און רינגלען זיי אַרום (סובב כל עלמין). עס איז סיי אין זיי, סיי מחוץ זיי און אַלץ וואָס איז פֿאַראַן עקסיסטירט נאָר רעלאַטיון, נישט אַבסאלוט, ווײַל לגבי גאָט איז איטלעך וועזן ווי אַ שטראַל לגבי דער זון: מכלומרשט איז עס אַ זאַך פֿאַר זיך, אַ באַזונדער יש, אין דער אמתן אָבער עקסיסטירט עס נישט מחוץ דער זון, האָט מחוץ איר קיין האַפֿט נישט.
אָט דעם טייל פֿון דער חב"ד-לערע האבן נישט פֿאַרשטאנען - און דערפֿאַר פֿאַלש אויסגעטײַטשט - די אַלע וואָס קענען חסידות פֿון דרויסן, נישט פֿון אינערווייניק. זיי ריידן וועגן דעם פּאַנטעיִזם פֿון חסידות - אין אַ ספינאָזיסטישן זינען - פֿון חסידות בכלל און פֿון חב"ד גאָר באַזונדערס, כאָטש בײַ ספינאָזאַן איז אויך גאָט נאַטור, בעת, להבדיל, אין דער חב"ד שיטה איז עס פֿאַרקערט. אויך די נאַטור איז גאָט. און דאָס איז ריכטיק בנוגע חסידות בכלל. דאָס פֿאַרבלענדעניש, די צווישנשיידן, די כלומרשטע פֿילקייט וואָס איז געקומען פֿון דעם צימצום, דאָס נוצט אויס די סטרא־אחרא. מיט אומגעהייערער טיפֿקייט זאָגט דער ״תניא" אַז אַפֿילו די סטרא-אחרא אַליין האָט קיין שום ספקות נישט אין אמונה (דאָס הייסט, אויך זי ווייסט און דערקענט מציאות הבורא - א. צ.). נישט מער: ס'איז איר געגעבן געוואָרן אַ רשות. אַ דערלויבעניש צו פֿאַרטומלען מיט זאַכן פֿון שקר און נאַרערי. צוליב וואָס? כדי אויסצופרווון דעם כוח פֿון בחירה, דעם כוח פֿון דעם מענטשנס העכערן ווילן. ווי-זשע מאַכט מען אַז די בחירה זאָל זיגן? ווי מאַכט מען אַז דאָס פֿאַרבלענדעניש פֿון דרך הטבע זאָל זיך אָפּטאָן? ווי דערזעט מען דעם תּוך? דאָס קען דערגרייכט ווערן דורך חב"ד: חכמה, בינה, דעת. וואָס מיינט דאָס?
דער מענטש איז געבויט אויף דעם זעלביקן שטייגער ווי עס איז געבויט דער באַשאַף בכלל. אַנטקעגן די צען ספירות וואָס בינדן זיך אין דעם אחד, באַשטייט דער מענטש פֿון צען בחינות וואָס טיילט זיך אויף שׂכל און מידות. דער שׂכל (געמיינט נישט אין דעם אָנגענומענעם, נאָר אין דעם סאמע העכסטן זינען פֿון דעם וואָרט) אַנטהאַלט אין זיך די ״דרײַ מוטערס" (שלש אמות): חכמה, בינה און דעת וואָס פֿון זיי ווערן געבוירן דעם מענטשנס מידות. דורך חכמה (דאָס פּאָטענציעלע נישט רעאַליזירטע וויסן) און בינה (דאָס וויסן וואָס ווערט רעאַליזירט, וואָס גייט אַרויס ״מכוח אל הפועל", וואָס פֿאַרוואַנדלט מעגלעכקייט אין ווירקלעכקייט) דאַרף דער מענטש צוקומען צו זייער ביידנס סינטעז: צו דעת. דעת איז דאָס וואָס באַלעבט דעם מענטשנס מידות, וואָס האָלט זיי אויף, וואָס גיט זיי די קראַפֿט פֿון קיום. ערשט אַז דעם מענטשנס מידות (זײַן אהבה, זײַן יראה אאז"וו) ווערן קאָנטראָלירט פֿון דעת, פֿאַלט פֿון אים אַראָפּ דאָס פֿאַרבלענדעניש און ער זעט הוילע אחדות און ״גדולת אין-סוף", די גרויסקייט פֿון דעם אין-סוף וואָס איז דער אחד. דעמאָלט זעט מען דעם ״אין עוד מלבדו". דאָס איז דער עיקר. איך דאַרף נישט - האָט דער תניא געזאָגט - קיין גן-עדן, איך דאַרף קיין שׂכר נישט, איך דאַרף קיין זאך נישט. איך דאַרף בלויז דיך, דעם איינציקן.
דער בורא איז די ערשטע און די לעצטע רעאַליטעט. משה – האָט דער תניא אַ מאָל געזאָגט צו זײַן תלמיד ר' משה ווילענקער - דער רבונו של עולם אין קלאָר פֿאַראַנען און חוץ אים איז קיין זאך נישט קלאָר פֿאַראַנען. די דערקענטעניש אז נאָר גאָט איז קלאָר פֿאַראַנען און אַז חוץ אים איז קיין זאך נישט קלאָר פֿאַראַנען, איז דער תּוך פֿון חב"ד. ואידך - וואָלט מען געקענט זאָגן - פירושא היא. דאָס איבעריקע אין חב"ד איז בלויז אַ פּירוש אויף דעם. חב"ד, למשל, האָט נישט געהאַלטן פֿון התפעלות, ווייל חב"דער דבקות, חב"דער צונויפגיסן זיך מיט ״עצם אלקות", האָט אין התפעלות געזען אַ מין פירוד, עפּעס וואָס שטערט דער גאַנצקייט פֿון דער צונויפגיסונג, דער גאַנצקייט און פֿילקייט פֿון דער דערקענטעניש, אַז ״נאָר גאָט איז קלאָר פֿאַראַנען".
וועגן דעם מיטעלן רבין ווערט דערציילט אַז זײַן פֿאָטער, דער תניא, האָט צו אים געזאָגט ווען ער איז נאָך געווען גאָר אַ יונגיטשקער: בערל, מיט אַ שטעקן וועל איך פֿון דיר אַרויסטרייבן דײַן התפעלות. חב"ד האָט נישט געקענט פֿאַרטראָגן יענעם מאַנגל אין לעצטער גאַנצקייט, אין אַבסאלוטער האַרמאָנישקייט און קאָנצענטראַציע וואָס באַהאַלט זיך אָפֿט אין התפעלות. די דבקות מוז זײַן אַזוי גאַנץ און אַזוי פול, דער ״אחד" מוז דערגרייכט ווערן אַזוי פּערפֿעקט, אַז עס זאל נישט זײַן נשמה באַזונדער און התפעלותדיקער גוף באַזונדער. אויף חב"דער לשון: די פנימיות דאַרף זיך צונויפגיסן מיטן ״מקיף".
ר' דוב-בער, דער מיטעלער רבי, דער פֿאָרגייער פֿונעם צמח-צדק, האָט סוף כל סוף גובר געווען אין זיך יענעם סאָרט התפעלות, כאָטש ער האָט אין דעם פּרט נישט דערגרייכט צו דער מדרגה פֿון זײַן פֿאָטער, דעם תניא. דער חסיד ר' אייזיק וויטעבסקער פֿלעגט זאָגן אַז ווען דער אַלטער רבֿ, דער תניא, איז געזעסן אין סוכה (אַ סוכה איז, חב"דיש גערעדט, אַ מקיף) האָט מען אין אים קיין שום שינוי נישט באַמערקט, אָט ווי ס'איז נישטא קיין שום שינוי אין דער געטלעכקייט גופֿא (״אני ד׳ לא שניתי״ - אַ פּסוק וואָס חב"ד בויט אויף אים ריזיקע בינינים). דאָס איז, פֿון חב"ד שטאנדפּונקט, דאָס העכסטע וואָס קען געזאָגט ווערן וועגן מענטשלעכער קדושה, דער אידעאַל פֿון חסידות. אַנדערש - זאָגט דער זעלביקער חסיד - איז געווען מיטן תניאס זון, מיטן מיטעלער רבין. אַז ער איז געזעסן אין סוכה האָט מען שוין יא געקענט באַמערקן אַ שטיקל שינוי. מע האָט געזען אַז אַ ״אור פנימי" (דער רבי) גייט אַרײַן אין דעם ״אור מקיף", דער סוכה. ס'איז, פֿאַרשטייט זיך, אויך געווען אַ הויכע, אַ געוואלדיק הויכע מדרגה, אָבער דאָך נישט די מדרגה פֿון דעם תניא אַליין.
דער בערדיטשעווער איז געווען דעם תניאס מחותן. אויף דער גרויסער חתונה אין ליאַדי האָט דער תניא געלויבט פֿאַר אים ר' בערן: ער איז אַ הויכער בעל מדרגה א אדם גדול. נאָך דער חתונה סעודה האָט דער לאַדיער מכבד געווען זײַן מחותן ר' לוי-יצחק בערדיטשעווער מיטן בענטשן. דער בערדיטשעווער האָט אָבער געוואָלט הערן ווי אַזוי ר' דוב-בער וועט בענטשן, האָט ער אים פֿון זײַן זײַט מכבד געווען, און ר' בער האט אנגעהויבן: רבותי מיר וועלן בענטשן. די גאַנצע צייט האָט דער בערדיטשעווער נישט אַראָפּגעלאָזט פֿון ר' בערן זײַן אויג. ס'האט אים שטארק געחידושט. ער איז זיכער געווען אַז ר' בער וועט אַרויסווייזן גרויס התלהבות, צום סוף בענטשט ער גאָר אָן דעם מינדסטן סימן פֿון התפעלות, פשוט בתכלית הפשטות. נאָכן בענטשן האט ר' לוי-יצחק געפֿרעגט וועגן דעם בײַ זײַן מחותן, דעם תניא. האָט דער תניא געענטפֿערט אַז דאָס איז דער חב"דער דרך. עס איז געווען יענער מין דבקות, יענע צונויפֿגיסונג מיט אחד וואָס אויף אים האָט ר' בער געהארעוועט פֿון די ייִנגסטע יאָרן אָן, אונטער דער הדרכה פֿון זײַן פֿאָטער. עס איז מיט אַנדערע ווערטער, געווען חב"ד - די צונויפגיסונג מיטן קוואַל פֿון לעבן דורך דעם אינעווייניקסטן סינטעז פֿון חכמה, בינה און דעת. ווער עס וועט אַרײַנקוקן אין דעם מיטעלן רבינס קונטרס ההתפעלות, וועט קלאָר דערזען פֿאַר זיך אָט דעם חב"דער וועג פֿון עבֿודה.
די מעשה דערציילט אַז דער בערדיטשעווער האָט דערנאך געהערט ר' בערן זאָגן חסידות. אז ר' בער האָט געענדיקט איז דער גרויסער עקסטאַטיקער ר' לוי-יצחק צו אים צוגעגאנגען, אַרויפֿגעלייגט אים אויפֿן קאָפּ זײַן לאַנגן טלית קטן און געזאָגט: מלאכים און שרפים זאָלן דיר נישט עין הרע געבן. דער בערדיטשער ווער האָט בשעת מעשה דערפֿילט וווּהין עס צילט און וואָס עס איז אויסן חב"ד. צו דער גאַנצקייט און צו דער אייניקייט, צום ״רזא דיחודא", גייט חב"ד דירעקט און אָן ציטערניש.
חסידות בכלל האָט געבויט אויף דעם ״בכל דרכיך דעהו". דער בעל־שם האָט געלערנט אַז דעם בורא קען מען דינען אויף אַלע וועגן און אופנים. אין גײַסט פֿון ״בכל דרכיך דעהו" האָט יעדער גרויסער רבי אויסגעקליבן אין חסידות אַ באַשטימטן עלעמענט וואָס איז אים באַזונדערס נאָענט און אָט דעם עלעמענט האָט ער קולטיווירט און אַנטוויקלט. פֿון דעם טייל וואָס ער האָט זיך אויסגעקליבן איז ער צוגעקומען צו דער גאַנצקייט, צו דער ידיעה, צום ״דעהו". די חב"ד־באַוועגונג האָט זיך אויסגעטיילט דערמיט וואָס זיי האָט קיין שום עלעמענט אין חסידות נישט אָפּגעזונדערט, כדי ערשט דורך דער אָפּזונדערונג צוצוקומען צו דעם סינטעז. די חב"ד־באַוועגונג - קען מען זאָגן - איז געווען אַ ״סוף מעשה במחשבה תחילה": די ענדצילן פון חסידות האָבן שוין געשטעקט אין איר אָנהייב, אין איר סאַמע בראשית. זי האָט געוואלט דערציען דעם סינטעטישן ייִדישן מענטש, דעם סינטעטישן חסיד, באַזונדערע רביים, יחידי סגולה, האָבן געקענט דערגרייכן די גאַנצקייט דורך דעם טייל. פֿאַר דעם סתם חסיד האָט חב"ד געהאַלטן - איז עס קיין וועג נישט. מיר האָבן שוין אויבן געהערט וואָס עס זאגט וועגן דעם ר' הלל פּאַריטשער. ער איז נאָך מוסיף אז כאָטש דער חב"דער דרך עבודה, דער וועג פֿון סינטעטישן התבוננות אין דער געטלעכקייט, איז אַ וועג גאָר אַ הויכער, איז ער אָבער אין דער זעלביקער צייט פּונקט צוגעפאסט פֿאַרן עולם חסידים. דער דורכשניטלעכער חסיד, דער וואָס איז נישט פֿון די יחידי סגולה, קען אויפֿן וועג צו דער גאַנצקייט דורך דעם טייל, פֿאַרלוירן גיין אין דעם טייל און קיין מאל נישט צוקומען צום ״דעהו", איז דעריבער גלייכער ער זאָל לכתחילה נישט גיין אויף יענעם וועג, נאָר ער זאָל באַלד אָנהייבן פֿון דער גאַנצקייט.
ווי אַ סינטעז פֿון חסידות אין דער חסידות גופא, האָט חב"ד אָפּגעשאַפֿט יעדער אונטערשייד צווישן חסידות און לומדות. דאָ איז דער ענין לומדות דערהויבן געוואָרן צום העכסטן מעטאַפֿיזישן גלאַנץ. לויט דעם תניא איז זיך די געטלעכקייט מתלבש - טאַקע בפועל ממש, נישט בדרך משל - אויך אין די איינצלהייטן פֿון תורה שבעל-פה, אין אַ סוגיא און אַ דבר הלכה. לומדות איז אַזוי אַרום געוואָרן דער ווינקלשטיין פֿון חב"ד. באַזונדערס בולט האָט זיך עס אַרויסגעוויזן אין די צייטן פֿון דעם דריטן חב"ד נשיא, דעם צמח-צדק (ר' מענדל ליובאוויטשער הייסט אויפֿן נאָמען פֿון זײַן גרויסן ווערק אויף הלכה). דער צמח-צדק, אַז אַ יונגערמאַן פֿלעגט צו אים קומען מיט ספקות, איז זײַן עצה געווען: לערן און דאוון. כאָטש דער צמח-צדק איז אין דעם ענין תפילה געקומען צו די געהויבנסטע השגות און מדרגות (זע וואָס ער זאָגט אין דרך מצוותיך, אין דעם פּרק: שורש מצוות התפילה), האָט ער פֿון דעסט וועגן דאָס לערנען געשטעלט אויפֿן ערשטן אָרט. און נישט צופעליק. דעם טראָפּ האָט ער געשטעלט אויפֿן ניגלה, ווײַל אָן דעם ניגלה איז דער ניסתר נישט שייך. לויט חב"ד איז דער ניגלה, די דירעקט אַנטפלעקונג פֿון דער געטלעכקייט דורך דער תּורה.
שוין פֿון דעם אַליין קען מען פֿאַרשטיין אַז לומדות על־פי חב"ד איז נישט געווען קיין לומדות אין דעם געוויינלעכן זינען. דאָס איז געווען אַ לומדות וואָס האָט פֿאַרבונדן די וויכטיקסטע ייִדישקייט ווערטן אין איין גאַנצקייט, וווּ אַ רמב"ם, אַ דבר הלכה און אַ שטיק זוהר האָבן איינס דאָס אַנדערע דערגאַנצט און באַלויכטן ״ברזא דיהודא", וווּ ס'איז קיין אָרט נישט געווען פֿאַר אַ פֿונאַנדערטייל צווישן שכל און עקסטאַז, צווישן לערנען און דאוונען, צווישן דעם בלאט גמרא און דעם רבינס ניגון. ווען אַ ייִד האָט זיך אַ מאָל באַקלאָגט פֿאַרן רב מליאַדי אַז ער האָט גרויס שברת-הלב איבער דעם וואס ער קען נישט באַנעמען דעם רבינס תורה, האָט אים דער תניא געזאָגט: אָט וועל איך דיר פֿאָרזינגען מײַן ניגון, וועסטו פֿון דעם ניגון גופֿא פֿאַרשטיין מײַן תורה. אַ שטיק חב"ד ווערט אַנטפּלעקט אין אָט דעם זאָג. חב"דער נגינה איז אַ טייל פֿון דער גאַנצער שיטה. אויך דאָ זעען מיר דעם סינטעז וואָס איז אויסן צו רעאַליזירן דעם ״אין עוד מלבדו" אין דעם נשמה-לעבן פֿון אַ ייִד. דעם אַלטן רבֿס ניגון - זאָגן חסידים איז קעגן די פֿיר עולמות: אצילות. בריאה, יצירה, עשיה. הב"דער ניגון דאַרף פֿאַרבינדן וועלטן אין דעם סוד פֿון אחד. סײַ דער ניגון, סײַ די תּפֿילה, סײַ דאָס לערנען, אַלץ דאַרף דינען דעם איינעם ציל: דער צונויפגיסונג מיט דער איינציקייט, דער אָפּשאַפֿונג פֿון די מחיצות, דער דערקענטעניש אַז די פֿילקייט איז נאָר אַ פֿאַרבלענדעניש, אַז אין דער אמתן איז אַלץ איינס. וואָרעם אַחוץ דעם באַשעפער איז קיין שום זאַך קלאָר (ס'הייסט, אַבסאָלוט און אויף אַן אמת) ״נישט פֿאַראַנען".
חוץ באַהעפֿטונג דורך התבוננות (דא קומען מיר צו אַ גרויסן עיקר אין חב"ד) איז פֿאַראַן דבקות דורך מעשׂים, און די ביידערליי דבקותן זײַנען פֿאַרבונדן. דאָס העכסטע, דאָס אומבאַגרײַפֿלעכסטע און געהיימסטע איז זיך מתלבש (קליידט זיך אָן) דירעקט אין דער תורה און אין גופי הלכות. פּונקט אַזוי דארף אויך דער מענטשלעכער גייסט זיך אָנקליידן, זיך מאַניפֿעסטירן און קאָנקרעטיזירן אין דער פֿאַרווירקלעכונג פֿון מיצוות, באַזונדערס אין דער מיצווה פֿון צדקה. צדקה איז דער סינטעז פֿון אַלע מיצוות. דורך אָט דער סינטעטישסטער פֿון אַלע מיצוות איז זיך דער מענטש מתדבק אין גאָט דורך אַקציע, פּונקט ווי ער איז זיך מתדבק אין אים דורך התבוננות פֿון לערנען און דאוונען. פֿאַרוואָס איז צדקה אַזוי וויכטיק? ווײַל דער גאַנצער ענין פֿון באַשאַפֿונג און פֿון השגחה איז אין תוך אַן אַקט פֿון חסד, פֿון אומזיסטן געשאַנק, פֿון צדקה. און דורך שענקען, דורך געבן, דורך מתנת חינם. איז זיך דער מענטש מתדבק אין גאָטס מתנת חינמדיקייט. ער טוט, אויף זײַן שטייגער, דאָס זעלביקע וואָס כביכול.
גראד אונדזער וועלט, דער עולם התחתון, איז פֿון דער גרעסטער קאָסמישער וויכטיקייט, ווײַל דאָ איז דאָס אָרט פֿון דער טוּונג און פֿון דער רעאַליזירונג. פֿון איין זײַט געפֿינען זיך דאָ - ווי עס זאָגט דער תניא - די האַרבסטע פֿינצטערסטע קליפות און דאָס שלעכטע איז תמיד גובר; פֿון דער צווייטער זײַט איז איר, אָט דער אונטערשטער וועלט, אַנטפּלעקט געוואָרן די תורה. טאַקע דערפֿאַר וואָס אונדזער וועלט איז אַזאַ האַרב־קליפהדיקע און די מחיצות מיטן אחיזת עינים זײַנען דאָ אַזוי מעכטיק, האָט זיך אָנגעקליידט אין זײַן תורה דער אין-סוף אַליין, און אָט די אָנקליידונג איז געגעבן געוואָרן צו ישׂראל, כדי ער זאָל פֿון זײַן זײַט אָנקליידן דאָס געטלעכע אין ערדישע טוּונגען. ישראלס מקיים זײַן די תורה איז אַן אַקט פֿון קאָסמישן באַטײַט. דאָס העכסט גײַסטיקע נייטיקט זיך אין דאָס קאָנקרעטע, אין דער פֿאַרווירקלעכונג. דערפֿון, דער באַטײַט פֿון אונדזער עולם העשיה און דער באַטײַט פֿון ישׂראל, דעם רעאַליזירער. עס בלייבט נישט קיין בלויזע התבוננות. התבוננות ווערט דערגאַנצט און פֿאַרענדיקט, אַזוי צו זאגן, דורך טוּונג. אָט פֿאַר וואָס חב"ד איז געקומען צום אויסדרוק, נישט נאר אין דער שיטה, אין די תורות פֿון הרב מליאַדי, אָדער פֿון דעם מיטעלן רבין, אָדער פֿון דעם צמח-צדק, אָדער פֿון דעם מגן־אָבֿות (דעם צמח צדקס אייניקל) און נישט בלויז אין דער קאָנטעמפּלאַציע אַליין וואָס פֿאַרבינדט חכמה, בינה און דעת, נאָר אויך אין דעם וואָס מיר, הײַנטיקע, רופֿן אויף אונדזער לשון: כלל טוערײַ. דאָס טאָן פֿאַרן כלל צדקה אין ברייטסטן זינען פֿונעם באַגריף - איז אַ טייל פֿון חב"ד. דער תניא האָט זיך עוסק געווען אין ייִדישע צרכי ציבור פֿון זײַן צייט. דאָס זעלביקע דער מיטעלער רבי. אַזוי אויך דער צמח צדק און, אויף זייער שטייגער, אַלע ווײַטערדיקע נשיאים (רביים) פֿון חב"ד.
נישט אומזיסט האָבן סײַ דער מיטעלער רבי, סײַ דער צמח-צדק געוואָלט פֿאַרבינדן זייערע חסידים דווקא מיט ערד און ערד אַרבעט, געגרינדעט אין רוסלאַנד ספּעציעלע חב"דישע קאָלאָניעס און געהאַט אין זינען יישוב ארץ-ישראל. ס'איז געווען אַ דירעקטער פועל יוצא פֿון דעם חב"דישן וועלט־באַנעם וואָס האָט אין דעם תּורהדיק ווערן, אין דעם פֿאַרייִדישט ווערן פֿון דער ערד געזען די העכסטע באַשטימונג און די העכסטע דערגרייכונג. טיפֿע זאכן (טיילווײַז זײַנע אייגענע, טיילווײַז געהערטע פֿון זײַן רבין, דעם תניא), זאָגט וועגן דעם קאָסמישן באַטײַט פֿון דאָס ערדישע, דער ״עבודת-הלוי", ר' אהרן סטאַראָסעליער. דער צמח-צדק ווידער לערנט אין זײַן ״דרך מצוותיך" (זע: שורש מצוות התפילה) אז היות די ספיקות, אויך די העכסטע, זײַנען לגבי דעם געטלעכן אַבסאָלוט, דעם אין-סוף, ממש בטל ומבוטל, איז ממילא דער מענטש נישט קיין קלענערער יחסן פֿאַר זיי. אויב ער הייליקט זיך, קומט ער צו צום בורא אָן שום מחיצות.
לויט חב"ד, ווי לויט דער קבלה, איז דער גאַנצער גאַנג פֿון קאָסמישן פּראָצעס אָפּהענגיק פֿון דעם וואָס עס קומט פֿאָר אונטן אויף דער ערד, ווי עס ווערט געפֿירט די מלחמה צווישן ישראל און די קליפות. פֿאַר אָט דער מלחמה האָט חב"ד געהאַט צווייערליי כלי זיין וואָס זײַנען געוואָרן פֿאַרבונדן אין איינס. פֿון איין זייט, התבוננות פֿון חכמה בינה דעת, התבוננות אויך ביים לערנען אַ בלאט גמרא, און פֿון דער צווייטער זײַט, תורהדיקע מעשים וואָס זייער קולמינאַציע און זייער סינטעז איז צדקה: דער אַקט פֿון גנאָד, דאָס פֿרײַע לעבן.
פֿאַרשטייט זיך אַז אין לעבן האט נישט יעדער חב"דער חסיד געהאַט די גייסטיקע פֿעיִקייט אַרײַנצודרינגען אין די טיפֿענישן פֿון חב"ד. עס זײַנען דאָ געווען. ווי אומעטום, ״שאַרפֿע" חסידים און סתם-חסידים. און דאָך איז דער היסטאָרישער טיפֿ פֿון דעם חב"דניק אַ איינהייטלעכער. סײַ די סתם-חסידים, סײַ די ״שאַרפֿע" חסידים האָט פֿאַראייניקט דער חב"דער ניגון, און גאָר באַזונדערס דער ניגון פֿון דעם אַלטן רבֿ, דער געהויבענער ניגון וואָס אַנטקעגן די פֿיר וועלטן.