ב״ה.
תשעה באב תשפ״ד.
שלום וברכה,
לציון תשעה באב, אני מציג בפניכם מאמר שנכתב ביידיש על ידי הרב אברהם חן בנוגע למשפט של שלום שוורצבארד שנמצא בכתב ידו בארכיונו בספריה הלאומית (ARC. 4* 1522 02 192). לע״ע לא הצלחתי לברר אם המאמר פורסם בזמנו.
שוורצבארד התנקש בחייו של מנהיג הלאומנים האוקראינים סימון פטליורה בשנת 1926 והמאמר מתאר בפירוט כואב את הפוגרומים ביהודי אוקראינה ואת סבלם בידי הלאומנים האוקראינים. בעקבות הטבח שאירע בשבעה באוקטובר, הפרטים המזעזעים לצערנו מוכרים מדי.
ויהי רצון שיאמר לצרותינו די ונזכה לביאת המשיח ולבנין בית המקדש תיכף ומיד ממש!
ראובן
דער טראַגיזם
דער פראצעס איז דאס איינציגע קאפיטאַל פון שלום׳ס ״עבודה״…אבער ערשט דא שפיגעלט זיך אב דער גרעסטער און שוידערליכסטער אידישער טראַגיזם.
דער גרוסער טראַגיזם פון אַ גרויס פאלק, וואס האט נישט זיין גלייכען אין דער גאַנצער וועלט.
בלוט פון ״זְכַרִיות״, בלוט פון דורך אייזערנע קאמען לעבעדיגערהייד צוריסענע ״רבי-עקיבא״ס בלוט פון צוריסענע עופ׳עלעך. פון געשאכטענע קינדער אין דעם שויס פון זייערע עלטערען - און אזעלכע זענען דאך, רבש״ע גיווען אַזוי פיל, אַזוי פיל - האבען די וועלט פון איהר ארט נישט געריהרט!..
דריי הונדערט טויזענד גרויזאמע גרויזאמסטע קרבנות…געשאכטען ווי די קעלבער, צוריסען ווי די פיש…דריי הונדערט טויזענד נפשות. אלטע און יונגע, פרויען און קינדער האבען נישט צוגעצויגען צו זיך די אויפמערקזאמקייט פון דער וועלט…
דריי הונדערט טויזענד…און אפשר גאר דאס גאָנצע חרוב-געווארענע אידישע פאלק האט ניט פאר ״אינטערעסירט״…
נור איין לעבען, א כבוד פון איינאיינציגען אינדיווידום, אדער אפענער גערעדט: איין ״עַוְלָה״ געגען איין ״אינשולדיגען״…פעטלורא, האט אויפגערודערט די גאנצע פמליא של מעלה און די גאנצע פמליא של מטה…
---
עס איז שרעקליך צו זאגען - איך שהוא, ״אַל תגידו בגת״ - איז מיר אַליין האבען זיך נישט אבגעגעבען קיין גענויעם חשבון פון די פאגראמען.
מיר, אפילו די בעסטע פון אונז, האבען אפילו נישט געוואוסט די ריכטיגע צאהל פון קרבנות, פון אונזערע, אונזערע קרבנות…
מיר האבען אַלץ גירעכענט הונדערט טויזענד - אויך אַ ״סאָלידע״ צאהל! - טרעפט זיך מעשה פעטלורא און ס׳ווייזט זיך אויס, אז מיר אַלע אינאיינעם האבען געהאט אַ טעות אין חשבון.
נישט הונדערט, נור דריי הונדערט טויזענד…
דריי הונדערט טויזענד דירעקטע קרבנות…אינשולדיגע אפילו עפ״י…ה״זאקאָן און…פאליציי״ און גרויזאם מורא׳דיג אפילו לויט די שיטה פון שָטָן וטייוועל.
נור אויב מיר האבען זיך אין דעם כמות טועה גיווען, האבען מיר דעם איכות אפילו ניט מַשיג געווען.
מיר האבען זיך בענוגענט מיט׳ן ווארט…אבעזאגט דאס ווארט ״פאגראם״, און - פערטיג.
די קללה פון ווארט און נאָמען
עס זענען פארהאן בעגריפען און ענינים וואס זייער ווערטער און בעצייכנונגען, וועלכע זיי טראגען - זענען פאר זיי נישט קיין ברכה, נור אַ קללה.
דאס ווארט און דער נאמען ענטדעקען נישט, ענטפלעקען נישט דעם אמת׳ן קערן פון זייער אינהאַלט. זיי זענען אפילו נישט קיין קלייד פאר זייער תוֹך…
נור ״קברים״ זיינען זיי - דאס ווארט און דער נאמען - פאר דעם אין זיי איינגעהילטען בעגריף און ענין…
דאס גרעסטע אומגליק פאר יענע נישט ווערטליכע בעגריפען, וועלכע דער ערפאהרענער מענש, דער ״אַלטער״, בשותפות מיט׳ן טויבען האַרץ האבען ״דאך״ זיי פערשטעקט אין ווערטער און שמות…
מ׳זאגט זיי אב מיט אַ ווארט, מיט א קורצען אדער לאנגען נאמען און - פערטיג. נישטא מעהר וועגען וואס צו טומלען און דרעהען אַ קאפ…און דער מענש געהט זיך רוהיג אוועק. רוהיג אויסגעליידיגט, צום…סֵדֶר היום.
ווען נישט דאס ווארט, וואלט ער מיט זיין ווארטלאזען תוך צוריסען די גרעניצען פון דער וועלט, די הימלען אַ שאקעל גיגעבען…
פיעל זענען זיי פארהאן אויף דער זינדיגער ערד, א טייל פון זיי איז איז דער מענש פון געוואוינהייט נישט מעהר מרגיש.
אפילו, למשל, אזא איינפארע, בעקאנטע זאך ווי - ״טויט״.
א מענש לעבט און לעבט…
ער איז איבער אַלעם, נאך מעהר, - דער ״הכל״ אליין. די שירה, דאס געזאַנג פון אַלע וועלטען און צייטען, פערפלאַנצט אין גאט און אין דער אייביגקייט…
דער סימבאל פון…דאזיין.
ער איז כסדר אין איין לויפעריי, ער וויל אַלץ צונעהמען פאר זיך…אלעס - צו זיין בעדינונג…שוינקייט, קלוגהייט, קראפט און עשירות…די נאטור אליין וויל ער צו זיך פערקנעכטען…
די גאנצער וועלט, אַלע וועלטען, אפילו גאט ברוך הוא אליין - אויך פאר זיך, אינגאנצען פאר זיך…נור פאר זיך!
דעם גאנצען לעבען זיך געארדענט, זיך געפיינערט, זיך גרויס געמאכט, אבגענארט, געפעלשט, אבי אויסזעהן…שעהן, שעהן און פיין.
און מיט אמאהל - גאר נישט מיט גאר נישט. א…פגר, אַ הוילער, אַ שמוציגער, אין נאסע ערד, אין ווערום…
און דער ״ערד מיתה״, די פראזאאישקייט, די טעמפקייט פון דעם אַקט… די צופעליגע קלייניגקייטען, אונגערעכטיגקייטען וועלכע ברענגען פלוצלונג דעם טויט…
אלכסנדר מוקדון, שעקספיר, ארכימעד, נאפאלעאן, און…א וועכטער פון בר-מינן׳ס, גלייכע פגרים מֵתִים…
מענשען וואלטען, אפשר, פון אַזאַ ערשיינונג, פון אזא ערווארטעטען פינאַל פון זינען אראב, אדער לפחות, ווערען ערשטוינט…שטעהן בלייבען מיט אפענע מוילער פאר אזא נאמענלאזער ערשיינוג…
איז אבער פארהאן אַ ווארט, פארהאן אַ נאמען. ״טויט״ רופט ער זיך און - פערטיג…מ׳ווייסט שוין וואס דאס איז…ערלעדיגט!
און אזוי איז אויך מיט דעם געגענזאַץ פון טויט, מיט דעם ״געבוירען״ ווערען.
נישט געוועזען, גאר נישט, גאר נישט, און - געווארען…פון אַ ״נישט״ - אַ ״זיין״…
און דאָ אויך דיא זעלבע גלייכהייט וויא אין דעם ערשטען פונקט. פלאטא, האָמערוס און דער איבריגער מענש…אַ קאניג און אַ שקלאַף, ראָקפעלער און דער הונגריסטער בעטלער, אללע איין שטאף, איין קוואַליטעט, איין צופאַל, איין פינסטערע סִבָה. איין האָר נור וואלט דער אדער יענער העלד לכתחלה גאר נישט געווארען…
ס׳זענען אבער דא ווערטער: ״סֵדֶר עוֹלָם״, נאטור, געזעץ [49] און…פערטיג:
מען פערשטעהט שוין…
אזוי, און אפשר נאך פיעל מעהר זענען אויך די שוין גאר פשוט׳ע זאכען, ווי…הונגער, הונגער-טויט וכדומה…
…אַ מענש, אמענש…דאס געשטאַלט פון גאט…דער קוואַל פון אַלע מעגלעכקייטען…אלעס, איבער-אלעס…הונגערט, הונגערט פשוט ווי אַ הונד, ווייל ער האט קיין…פאפירעל…ווייל ער איז נישט גענוג פיפיג. נישט גענוג דיפלאמאטיש, נישט גענוג פאלש…
רבש״ע! זאג וואס דו ווילסט, דאס איז ״אנ׳אקציע פון דער וועלט!״ קיין גרעסערער סקאנדאל, קיין גרעסערע זינד…
היינט די יסורים…און דאס שרעקליכסטע: אויסגעהן פשוט פון…הונגער. דאס צוזעהן פון עלטערן, אז דאס קינד…גייט אויס, שטארבט פשוט…פון הונגער…איבער איין שטיקעל ברויט…איבער א…פעניג…שטארבט אט אט דאס קינד…
עס ״פאטויפעט״ זיך ניט ביי מיר אין קאפ…
נור ס׳האט דאך אבער א נאהמען. ״הונגער״ הייסט עס. מ׳ווייס שוין, וואס דאס איז. נישטא דעריבער פון וואס נתפעל צו ווערען…
אבער לאמיר נעהמען די שעהנע, קלוגע וויסענשאפטליכע זאך - מלחמה.
…פאליטישע רעדעל פיהרער קענען נישט מושווה ווערען צווישען [50] זיך אין דעם אדער אין יענעם סכסוך, ביי רובא דרובא איז עס פשוט אַ געלד-זאך, נור אין פערשידענע ניואנסען, און ס׳טרעפט אפילו דאס די גאנצע אנגעלעגענהייט איז אַ כבוד-מעשה, - שיקט מען דאמאלס ארויס געזונטע, שיינע יונגע לייט וועלכע מ׳רופט מענשען…און די מענשען, די שלוחים הרג׳ענען זיך, שטערען זיך און פערניכטען איינער דעם צווייטן…
און דער צד, וועמענס שלוחים הרג׳ענען מעהר, איז…גירעכט עפ״י דין…און עפ״י יושר…
על פי רוב ווייסען די גע׳הרג׳עטע אליין נישט צוליעב וואס און צוליב ווען גיסט איינער דאס בלוט פון צווייטען…נישט מען פרעגט ביי זיי, אויב זיי וועלען דורכמאכען א סארט בלוט-שפיעל, צי נישט…מ׳צווינגט זיי…און דער סוף איז דאך, דאס די גע׳הרג׳עטע גופא קריגען נישט קיין שום לוין פאר זייערע אַלע צרות, פאר דאס טייערסטע זייערס; זייער לעבען. דאס גאַנצע לעבען, פאר׳ן צובראכענעם גליק…
זיי קומען צומאלס נישט אין באטראכט…
אבער דער גענעראל, ד.ה. אַ פרעמדער, שלעכטער קאַלטער מענש בעקומט אנשטאט איהם, דער גע׳הרג׳עטען, אנשטאט ״זיינע״ מענשען, אַ סך, אַ סך זאכען...
…און דאס אריינפאלען פון דעם אדער יענעם מענש - וואס איז דאך אייגענטליך אַן עֹולָם מָלֵא, דער גאנצער וועלט-דאזיין - פאר אַ כפרה-הינדעל איז אדער א בלינדע לאטארי-זאך…, אדער אבהענגיג פון דעם קלענסטען, טעמפען בעאמטען…און צומויסטען ווידער - פון געלד.
די מעדיצין קריכט פון איהר הויט און פלייסט זיך צו שאפען נייע מיטלען, צו ערפונדען נייע, נייע אופנים, כדי איינעם פון מיליאנען מענשען צו פערלענגערן און פערבעסערן דאס לעבען.
און דא נעהמט מען די בעסטע געזונדקייט, די שענסטע יאהרען, און מ׳הרג׳ט, מ׳פערטילגט…
און ס׳איז נישטא קיין אנדערסען-קינד, וועלכעס זאל זיך אין זיין קינדערישער פשטות, קינדערישער ערנסט צו שרייען אויף דער גאַנצער מערדערישיר וועלט -
משוגעים, רשעים, נאראנים, אכזרים און גזלנים, וואס טוט איהר, וואס טוט איהר…
און אויך דא איז איינע פון די הויפט-סבות, וואס די וועלט ווערט נישט צורודערט פון דעם ״מלחמה מנהג״ - וואס דער גאנצער דאזיגער בלוט אינסטיטוט מיט זיין גאנצער מאראלישער ווילדקייט, גזלנ׳ישע גערעכטיגקייט איז אריינגעלעגט געווארען אין אַ קורצען טויבען ווארט ״מלחמה״.
מ׳ווייס שוין…דאס אלץ איז-דאך מלחמה, און פערטיג, נישטא דא קיין חִדוּש.
…אפשר איז דאס טאַקי די חכמה פון דעם ערשטען מענשען, פון דעם חכם אדם הראשון, ״רופען נעמען צו אַלע זאכען״.
כדי טאקי צו פערלעשען די געטליכקייט, גרענצלאזיגקייט, דראנג און שטורם פון דעם נאמענלאזען בעגריף.
---
נור מעהר פון אַלע ווערטערלאזע בעגריפען האט, אזוי צו זאגען, געטראפען די קללה פון ווארט און ״שם״ דער ״פוגרום-זאך״.
דער אויסדרוק פון אט דער דאזיגער געוואלדיגער זאך אין א ווארט, אין א נאמען האט נור באנאליזירט דעם ענין, פראפאנירט, אוועקגעשטעלט אין איין גלייכע רייהע מיט אנדערע אידישע פעקלעך פון אַ גאנץ יאהר, ווי בויקאש, נומערוס קלאַזוס, שבת-רוה, בערד-שניידען א. א. וו.
דען נישט די טיוולאנישע אכזריות, נישט די גיהנם-יסורים און פיין, נישט דער אבגערונד פון דעם בראך, נישט די גרויס פונ׳ם פאלקס-אומגליק, נישט די מאס פון דער נְבָלָה, זינד און ״זוהמא״ איז מעגליך ״אויסלאדעווען״ אין אַ ווארט…
…ניט נור די עצם-זאך פון פאגראם אליין, נור אפילו בלויז די אומשטענדען פון פאגראם, די ראַהם פון די בילדער, דער ״אַרום״…די ביי סצענעס. לאזען זיך נישט איינפאסען אין ווערטער.
נישט נור די עצם זאך, ד.ה.:
דער מנהג פון…קוילענען מענשען, פשוט אויסשעכטען ווי פיה. געהן פון שטוב צו שטוב, פון גאַס צו גאַס, פון קעלער צו קעלער און זוכען, כאפען און שניידען.
רייסען עופ׳עליך ווי הערינג…עופ׳עליך, לאכעדיגע, וויינענדיגע…
פערגעוואלדיגען פרויען, פרייליינס, קינדער, עפענטליך, נאך דער רייהע, איינער נאכ׳ן אנדערען…
ביז יציאת הנפש און לאחר יציאת הנפש און…בשעת יציאת הנפש.
בעגראבען לעבעדיגערהייד, מאַסענווייז…
אריינווארפען איינציגווייז אין טייך, איינס נאך איינס.
פערברענען, אונטערצינדען די הייזער און נישט ארויסלאזען די איינוואוינער, אדער אבגיסען מיט פעטראלאב און סמאָלע די מענשען גופא און אונטערצינדען…פערבינדענדיג די הענט פון די קרבנות און זיך מיט זיי רייצען און שפילען…אַ בעזונדער שפיל איז געווען אונטערצונדען בערד. אויסרייסען ברוסטען מיט צוואַנגען…שניידען אברים, אויפשניידען בייכער פון שוואנגערע פרויען…שלאגען טשוועקעס אין קעפ…א.א.א.א.א.וו,-
ניט נור דאס, ניט נור דעם ״סטאַטיקום״ פון די פאגראמען, דער ״גוף״ זייערען נישט מעגליך אריינצוברינגען אין אַ ווארט און אויסצודריקען מיט אַ נאמען; נישט דעם…צאפעל פון דעם קרבן, דעם…געראַנגעל מיט אַזאַ שרעקליכען מַלאַך-המות, נור אפילו די ביי-זאכען, דעם צושפיעל..., וועלכע זענען באמת צווייטראנגיגע אין פערהעלטניש צום עצם הענין,- ״שחיטת-אדם״…אפילו דאס איז אויך נישט קיין ״אביעקט״ פאר ״ווערטער אינדוסטרי״.
דער אַרט קוילען צ.ב.ש. אויסער די עצם-זאך פון שחיטת-אדם, נור דער אַרט און סדר…ווי אזוי זיי קוילענען…די ביי-זאך…
אין אייניגע שטעדט האבען די באנדעס צוזאמענגעטריבען אַלע, פרויען און קינדער אין די שעכט-הייזער צוזאַמען מיט…אקסען, קעלבער און חזרים, זיי געבונדען צוזאמען, געשאכטען, געשאכטען אויף דעם זעלבען פאסאָן און אופן.
…מענער האבען געכאפט שלשול, פרויען אַנאַנדער ענין…און די העלדען האבען…גילאכט…געשמירט די קרבנות מיט ״דעם״ בשעת יְצִיאַת הנפש…
אין איין שטאדט האט מען אויסגישטעלט הונדערטער אויף די…קניה און ״חברה״ האבען דורכמאשירט מיט שווערדען און ״קאַסעס״, און אזוי…אראבגעכאפט די קעפ…
אַ רייהע נאך אַ רייהע, אַ גרופע נאך אַ גרופע…
אבער -
דער געבונדענער האט געמוזט ווארטען ביז דער שוחט וועט זיך אבפארטיגען מיט זיינע חברים, מיט זיינע ברודער…וועלכע ווערען אט דא פאר איהם געקוילעט, געשניטען, געריסען…,- ווארטען ביז דער תלין וועט זיך אבפארטיגען מיט זיי און צוקומען צו זיי רייהע, צו איהם…
זעהענדיג די שחיטה, די שרעקליכסטע גסיסָה פון געקוילעטע מענשען, פון ליבסטע עלטערן און ברידער, און ווארטען אויף דער אייגענער…
דאס בעגעגענען זיך פון די בליקען פון זוהן און פאטער און אט דער רגע פון שחיטה און גסיסה אדער…לעבעדיגערהייד אין קבר…אדער אין טייך…
…דעם חתן׳ס שטעהן ביי פערגוואַלדיגען די…כלה, די מוטער ביי די טאכטער און די טאכטער ביי די מוטער…
די מוטער, וואס פון איהרע הענד האט מען ארויסגעריסען דאס וויינענדיגע עופ׳עלע, אבגעדרייט דאס קעפעל, ווי פון אַ היהנדעל, און זיך גלייך געיאגט נאך די איבריגע קינדער…
נו, איז עס מעגליך, אפילו אט די ״ביי-זאכען״ צו פאַסען אין א ווארט, אין אַ נאמען?
---
אדער אזעלכע פאלען.
אריינגעזעצט דער זוהן אין שויס פון זיין מוטער, און ״געהייסען״ דער פאטער זאל איהם ממית׳ן און…טרינקען זיין בלוט.
געגאנגען פון שטוב צו שטוב און ״געהייסען״ דאס הויזגעזונד, עס זאל אליין אויסקלויבען א…קרבן צו דער עקדה.
אין פיל הייזער איז יעדערער געלאפען פאר דעם [56] אנדערן…וועלען זיך ברענגען אַ קרבן פאר דעם פאטער און מוטער, ברודער און שוועסטער. ס׳זענען אבער אויך גיווען אזעלכע, וואס איינער האט געשטופט דעם צווייטען…
און אין איין הויז האט אַ מוטער ״פערגעסען״ אַ שוואך ״דאָקוטשנעם״ קינד…אום…
…
אין דער שטאדט ב. האט אַ פאטער גיזעהן דורך די שפאַרעס, וואס א מזוֹהָם טוט מיט זיין בת-יְחִידָה, די כלה, און אויס מורא נישט געטאן קיין פיפס…און…גיפלאצט.
אין אַנ׳אנדערע שטאדט האט דער פאטער אליין, אַ סופר סת״ם, גישלעפט זיין טאכטער…כדי צו ראטעווען אַלאמענס לעבען…
אין איינער אַ ברודער איז ביי אזא פאל ארויפגעפאלען אויף דער שוועסטערס קערפער…און די מְנֻוָולים האבען איהם בשום אופן נישט געקענט אראברייסען…האט מען איהם צושניטען אויף שטיקלעק…
אדער די מעשה פון די קינדער. (על הדם)
אין אַ שטאדט האט מען אויסגישאכטען אַלע עלטערן. געבליבען זענען אַכציג פיצלעך קינדער. אין אַ צוויי טעג אַרום קומט אַהין אַנ׳אַטאַמאַן אדער אַנ׳אַנדער פָריץ. געהט צו איהם דער רב, דער תמים, און זאגט איהם: די עלטערען האט איהר [57] אויסגעשאכטען, וואס טוה איך יעצט מיט אייערע יתומים. - ״גוט״, זאגט דער פריץ, שיק מיר צו די קינדערלעך״.
אין אַ שעה אַרום ברענגט מען דעם רב צוויי זעק. אין יעדערן צו…פערציג קעפלעך…
דער רב האט דערזעהן, געטון אַ ווילדען קוויטש, געפאלען און געשטארבען…
נו, איז בעשאפען געווארען דער קינסטלער, וואס זאל קענען אויסשעפען דעם תהוֹם פון צָרות און זינד פון די
אפילו נישט דעם אקט פון הרג׳ענען קינדער, פון דעם הרג׳ענען אליין, נור אפילו בלויז פון דאס זעהען פון די קינדערלעך, דאס האַקען אַ קעפעל נאך אַ קעפעל פון חבר׳ל, ברודערל…דאס שרייען, דאס ציטערן…
אפילו דעם רב׳ס דערזעהן וואס אין די זעק איז…
אפילו בלויז דעם ״ערב״ פאגראם.
אפילו בלויז דעם שכור׳ען האַרמידער, דער חיות-ווילדער געשריי, דאס לויפען משוגע׳נער ווייז מיט מעסערס, העק, זעגען, דובונעס, אייזענס, קינזשאלען.
…זייער לאכען בשעת מעשה…דאס זינגען.
דער…״אוכמַא״, שפייען און נאך ערגער זאכען בעת דער שחיטה…
דער סאדיזים בעת זייער האַנדלען מיט די פרויען…
רבש״ע, עַד מָתַי, עד אָנָה, עד מתי…!
רבש״ע! ווי שווייגסטו דאס?...
---
די גרעסטער קללה פון דער צרה איז דער קורצער נאמען ״פאגראם״.
אבגעזאגט, פערטיג און - ווייטער.
***
אפשר וועט יעצט פעטלורא׳ס זכות גורם זיין, אַז די טיפערע נשמות זאלען זיך לפחות, יעצט איינקוקען אונטער דעם פארהאַנג פון דעם פערשאלטענעם ווארט.
און זאלען, לפחות, יעצט מאכען א טיפען…״חשבון הנפש״. זאלען, וועניגסטענס, יעצט פערשטעהן, אז קיין גליק קאן נישט זיין נישט פאר׳ן כלל, נישט פאר׳ן יחיד, כל זמן ס׳איז נאך פערהאַנען אַ פאגראם מעגליכקייט…
און זאלען זיי יעצט קומען צום שכל, אז אהן ראדיקאַלע מיטלען איז דער רעצעטיוו מעגליך יעדען טאג און אין יעדערן ארט…
זאלען זיי זיך יעצט אויפהערען איינרעדען, דאס ״מיט דער ענטוויקלונג פון דער קולטור וועט פערשווינגען ווערען די שענדליכע זאַך״…
זאלען יענע חכמים נישט פערגעסען אויך בערלין…און די וואס גלויבען, דאס די ״היים״ וועט עס פעראונמעגליכען, זאלען זיך דערמאנען טאַקי אין ארץ ישראל גופא.
---
אפשר וועלען זיך לפחות יעצט געפינען אזעלכע וואס זאלען מאכען די אויפגאבע פון זייער לעבען, דעם [60] תכלית פון זייער ״ירידה צורך עליה״, - די הייליגע ארבייט פון אויסראטען די פאגראם-חרפה פון דער זינדיגער וועלט.
פיליירט וועלען זיך יעצט געפונען אזעלכע אמת׳ע נשמות, וואס זאלען תופס זיין, דאס די מחשבה, די אויפגאבע איז די הייליגסטע און די גרעסטע.
און אלץ, אלץ און אַלעס געגען דעם איז הבל-הבלים…
אפילו…
אפשר וועט מען אנהייבען פערשטעהן, אז דאס איז א תקון נישט נור פאר׳ן יודישען פאלק, נור פאר דער גאַנצער וועלט, פאר דער גאנצער מענשליכער געשיכטע.
אפשר וועט די עבודת הקודש שטילען און בערוהיגען די בלוטען פון אונצעהליגע זכריהו׳ס…
---
רבותי, דאס איז שוין איינמאל אקטועל!
נאך אמאהל פערגעסט נישט. נאך אוקראאינא - בערלין, ארץ ישראל און ווידער - קעשינאוו.
און מיר שטעהן דאך, פערגעסט נישט, אויף די שוועל פונ׳ם ערוואכענדען רוסלאנד.
***
דאס איז די גרויסע עבודה, צו וועלכער שלום שווארצבארד דארף ברענגען דאס אידישע פאלק, די גאנצער וועלט.
און דער זכות זאל איהם ביישטעהן אין זיין גרויסען היסטארישען משפט.
---